מכון תוצאות · אפשרייבן שיעורים

אפשרייבן שיעורים און דרשות, פון רעקארדינג ביזן ספר

יארן פון שיעורים און דרשות ליגן אויף רעקארדינגס, און נאר ווייניג הערן זיי. ביי מכון תוצאות מאכט מען פון די רעקארדינגס א געשריבענעם און פינקטליכן טעקסט, און ווער עס וויל, גייט ווייטער מיט אונז ביז אן ערוכן און געדרוקטן ספר.

פרייע באראטונג, אן קיין התחייבות
קבלת הגאונים, פון די ספרים פון מכון תוצאות צלותא מעלי שבתא, פון די ספרים פון מכון תוצאות

וואס מיר טוען

  1. אפשרייבן: רעקארדירטע שיעורים, דרשות און שמועסן ווערן א טעקסט.
  2. עריכה דורך תלמידי חכמים: פון לשון הדיבור צו לשון הכתב, אן צו טוישן דעם תוכן.
  3. מראי מקומות, קעפלעך און מפתחות, וויפיל עס פעלט זיך אויס.
  4. עימוד, דרוק און פארשפרייטונג, פאר ווער עס וויל א ספר.

פאר וועמען איז עס

  • פאר א רב אדער א מגיד שיעור וואס וויל אראפברענגען זיינע שיעורים אויפן כתב.
  • פאר תלמידים און משפחה וואס ווילן פאראייביגן די תורה פון זייער רבי'ן אדער טאטן פון די רעקארדינגס.
  • פאר א מוסד וואס האט אן ארכיוו פון רעקארדינגס.

אפט געפרעגטע שאלות

מוז מען מאכן פונעם אפגעשריבענעם א ספר?

ניין. מ'קען באשטעלן בלויז דאס אפשרייבן, און מ'קען ווייטער גיין צו עריכה און א ספר.

וויפיל קאסט עס?

דער פרייז ווענדט זיך אין דער לענג פון די רעקארדינגס, אין זייער קוואליטי און וועלכע שטאפלען מ'וויל. קודם גיט מען אייך אן עצה, אן קיין התחייבות, און דערנאך באקומט איר א שריפטליכע עסטימעיט.

מיר שטייען גרייט אייך צו העלפן

דערציילט אונז איבער אייער ספר, און מיר וועלן אייך זאגן וואס עס פעלט זיך אויס.

פרייע באראטונג, אן קיין התחייבות
אמעריקע: 718-337-8895 · ארץ ישראל: +972-50-4131411 · וואטסעפ: +972 52-4726157

א רגע, איר האט געמאכט א שנעלן סקען...

ווילט איר אויך ארויסגעבן אייער ספר?

פילט זיך פריי צו קאנטאקטירן אונז פאר פראפעסיאנעלע עצה אין אלע שטאפלען פון ארויסגעבן.