ווער מיר זענען

מכון תוצאות זענען מומחים אויף סמארט סקענינג און ארויסגעבן ספרי קודש און הלכה שריפטן.

הונדערטער צעפרידענע קליענטן האבן געפינען וויאזוי ארויסצוגעבן ספרים מיט די מינדסטע צייט מי און געלט און מיט די בעסטע תוצאות.

ביי מכון תוצאות ווארט אייך אפּ א טים פון 12 תלמידי חכמים, מומחים מהירים במלאכתם וועלכע באגלייטן דעם מחבר אדער מהדיר דורך דעם גאנצן פראצעס פון ארויסגעבן א ספר, זיי פירן דורך דעם סקענינג און זארגן עס זאל זיין ריין פון טעותים, מגיהים גייען ווידער אריבער די טעקסט איינמאל און נאך איינמאל ביז דער ספר איז פולקאם און גרייט אריבערצוגיין עימוד און דאס ארויסגיין צום ציבור.

מכון תוצאות איז אין ירושלים אבער זייערע תוצאות זענען אלוועלטלעך מיטן ארויסגעבן הונדערטער ספרים בפאר והדר וואס באשיינען די אידישע תורה שאנק.

צווישן אונזערע קליענטן זענען גרויסע מכונים, מו"לים און מהדירי ספרים ווי 'הוצאת ש"ס וילנא החדש', 'וגשל' 'זכרון אהרן' א.נ. ווי אויך פריוואטע פאראינטערעסירטע וואס האבן געפינען וואו זיי קענען שפארן צייט, געלט און ארבעט.

אויב האלט איר שוין לאנג אן אויג אויף א ספר וועלכע איר ווילט ארויסגעבן שענער און בעסער, אויב איר זוכט פונדאסניי ארויסגעבן א ספר פון די ראשונים אדער אחרונים, דעם זיידענ'ס ספר אדער דעם רבי'נס ספר, זענט איר אויפן רעכטן ארט.

אויב האט איר נאך שאלות קענט איר אונז אנפרעגן דורכן אימעיל, טעלעפאן אדער אנשרייבן אין דעם בייגעלייגטן פארעם, מיר וועלן אייך גערן אויף אלעס ענטפערן!

תוצאות דייקא, פארוואס?

עס איז א שליחות

ר' משה בראנסדארפער זעהט אין די ארבעט א שליחות, זייענדיג דער ערשטער צו זעהן דעם גרויסן פאנטענציעל און וויפיל ס'פעלט זיך אויס האט דער רב מיט זיין עין טובה איבערגעגעבן דורכאויס די יארן זיינע סודות צו פיל אנדערע, ערלויבענדיג זיי צו קאנקורירן מיט אים זעלבסט. פונדעסטוועגן, איז נאך נישט פאראן דער מכון וואס קען זיך פארמעסטן מיט די פענאמענאלע קענטעניש צו טוישן יעדע טעקסט אזוי פינקטלעך.

עס איז אייגנארטיג

מכון תוצאות איז כמעט די איינציגע מכון וואס פארוואנדלט ספרי קודש צו גוטע קוואליטי טעקסט ריין פון גרייזן וועלכע קענען זיך מאכן ביי די סטאנדארטישע קאמפיוטער פראגראמס, און אנדערש ווי אנדערע וואס זענען באזירט אויף באקאנטע פראגראמס אויפן מארק. הרב בראנסדארפער האט אליין אנטוויקלט דעם פראגראם און צוזאמען מיט OCR טוהט עס אידענטיפיצירן די אייגנארטיגע שפראך פון ספרי קודש און מאכט דעם סקענינג לויט דעם.

אונזער סערוויס

ביי תוצאות – אנדערש ווי אנדערע וואס פארנעמען זיך נאר מיט גרויסע מו"לים און קוקן נישט אן דער פריוואטער מו"ל – איז יעדע קליענט ווי א בן יחיד, מען באגלייט אייך פערזענלעך דורכאויס דעם גאנצן פראצעס וואס ענדיגט זיך נישט מיט סקענינג דעם ספר נאר אויך דערנאך, מיטן שיקן צו מומחים וואס קענען אייך העלפן פארווירקליכן דעם חלום און שנעל, מיט די בעסטע קוואליטי.

אונזער טים

א באזונדערע טים פון תלמידי חכמים וואס קענען די ארבעט און אין צוגאב צו זייערע גוואלדיגע ידיעות אין ש"ס און פוסקים און אין ספרי קודש, זענען זיי אויך מומחים אין סקענינג. נאך יארן פון סקענינג טויזנטער טעקסטן קענט איר זיין זיכער אז דער ספר איר ווילט ארויסגעבן וועט זיין ריין פון גרייזן וויפיל נאר ס'שייך, מיט אחריות און געהאלטן געהיים.

מיר זענען בעלי נסיון

הרב בראנסדארפער איז פון די ערשטע מו"לים אריינצוברענגען די ארבעט פון סקענינג צו דעם געביט פון ספרי קודש, העכער 18 יאר איז ער מיטן טים באשעפטיגט מיט סקענינג אין א שטוינענדע פארמאט. טויזנטער ספרים וואס געפינען זיך אין יעדן אידיש שטוב, הונדערטער קליענטן און טויזנטער אויסגעדרוקטע טעקסטן זאגן עדות אויף זיינע פראדוקטן און געבן אייך אן אנבליק אויף די אימפעריע אויפגעשטעלט ביי בלויז איינעם

ווילט איר אויך תוצאות?

איר האט גרייט א פייל (קובץ)? איר ווילט איבערמאכן אן אלטן ספר צו א גוטע-קוואליטעט קלארע פארגעשריטענע טעקסט?

אונז אין 'תוצאות' געבן אייך דעם בעסטן און שנעלסטן סערוויס, מיר באגלייטן אייך פראפעשאנעלי דעם גאנצן דורכגאנג מיט די בעסטע פרייזן אויפן מארק כדי איר זאלט ארויסגיין גענצליך צופרידן.

רגע, עשית סריקה מהירה...

רוצה להוציא גם את הספר שלך לאור?

יש לנו מתנה בשבילך!
15% הנחה על סריקה חכמה שתחסוך לך את ההקלדה וההגהה.