אפט
געפרעגטע

געפינט תשובות צו אפט געפרעגטע פראגן אויפן נעקסטן בלאט.

פאר אלעם איז כדאי צו וויסן:
צו באשטימען א מיטינג מיט אונז און צו פרעגן שאלות אויף באשטעלן ארבעט פארבינדט זיך מיט אונז
טעלעפאון:050-4131411 | וואצאפ: 972524726157 | אימעיל: m0504131411@gmail.com 

סקענינג

ס'זענען דא וועזנטליכע פארשידנהייטן, בעיקר אין די באזונדערע שפראך פון ספרי קודש ווי אויך דער סטייל וואס ענטהאלט אויך ראשי תיבות, פארשידענע אויסדריקן און קיצורים. צו וויסן מער, ליינט דעם מאמר בין קודש לחול.

https://www.tozhaot.co.il/he בין-קודש-לחול-או-שלא-/

אונזער OCR-באזירטע סיסטעם איז העכסט פארגעשריטן און איז פעאיג צו אידענטיפיצירן אלע פאנטן פון די טויזנטער פאנטן וואס זענען פאראן. דאס שפארט איין די פיל גרייזן וואס ווערן אין אנדערע סיסטעמען וואס זיי פאררעכטן קאסט טייער, צומאל טייערער ווי אפטייפן פונדאסניי דעם ספר.

דערצו גייט די חומר אריבער נאך אמאל הגהה פון אונזערע עורכים וואס ברענגען דעם ספר צו 99% פולקאם.

סקענינג, ערשטנס, האט נישט דעם פראבלעם פון אריבערשפרינגען שורות וואס פאסירט אזוי אפט ביים טייפן, דער קאמפיוטער ווערט נישט פארמאטערט און דעריבער, לאזט נישט אויס שורות, ווערטער. אויך, געטייפטע טעקסט דארף אריבערגיין הגהה, און נישט איינמאל פאסירט אז א חלק פון די תיקונים ווערן ארויסגעלאזן און די תוצאה איז א ספר מיט גרייזן.

טאקע דערפאר האבן מיר אריינגעלייגט שווערע געלטער צו פארענטפערן אזעלכע פראבלעמען כמעט הונדערט פראצענט. די נקודה איז טאקע דאס וואס איז מיוחד אין תוצאות.

גוט געפרעגט, מיר באגעגנען אפט די שאלה און ווייל דער ענין איז קאמפליצירט איז וויכטיג צו ארבעטן מיט א מכון וואס איז א בעל נסיון וואס קען דעם געביט און קען דאס באהאנדלען אויפן בעסטן אופן און אויסמיידן עגמת נפש און פארלוסט.

ביי יעדער OCR סקען איז דער סיסטעם באזירט אויף די באקאנטשאפט פון דעם פראגראם מיט די פארשידענע פאנטן. ווייל ס'זענען פאראן פיל פאנטן, באזונדערס אין ספרי קודש, מאכט זיך אז די סיסטעמען דערקענען זיי נישט און מאכן פיל גרייזן וועלכע קענען קאסטן מער ווי דאס אפטייפן דעם ספר פונדאסניי. ביי אונזער מכון איז דער סיסטעם העכסט פארגעשריטן, בפרט ביי ספרי קודש און דערצו גייט עס אריבער נאך אמאל הגהה פון דערפארענע עורכים וואס מאכן דעם ספר 99% פולקאם.

אין פרינציפ איז דאס מעגלעך, נאר אפשפארן צייט איז בלויז איין מעלה פון סקענינג אין צוגאב צו די פינקטלעכקייט, קוואליטי און די פרייז.

דער כלל איז גערעכט ווען עס איז לאגיש. ווען צוויי מענטשן פארקויפן די זעלבע פראדוקט, ווארשיינלעך דער, וואס פארקויפט ביליג ווייסט, אז מ'קען נישט בעטן פאר זיין סחורה מער, און דער וואס פארקויפט פאר טייער גלייבט אז זיין פראדוקט איז ווערד מער.

דא רעדט זיך פון אן אנדער אפעראציע, אין אן אנדער ארבעט איז נישט רעכט צו פארגלייכן 100% האנט-ארבעט צו ארבעט וואס איז באזירט אויף א פארגעשריטענע קאמפיוטער סיסטעם, אזוי אז די קאסטן ווערן אנדערש גערעכנט, מער שפארזאם, און דאס איז דאך וואס מיר זוכן.

ביי אזא ארבעט, אויב טוט מען עס נישט אונטער איין גוף וואס איז אחראי אויף אלע שטאפלען און איז געבינדן צו א זמן וואס ער האט באשטימט וועט מעגלעך זיין ביליגער אבער דערנאך קען עס קאסטן מער 'וואס ביליג איז טייער' ווי מ'זאגט, ווייל פיל מאל פאדערט זיך תיקונים פון עורכים וואס זענען מומחים און צומאל קענען די תיקונים דויערן לענגער ווי ווען מ'מאכט איבער די גאנצע ארבעט מלכתחילה.

די פרייז באשטייט פון די פראצעדורן פון ארויסגעבן א ספר, למעשה, ווייל דער מכון האט א טים פון מומחים אויף די אלע פראצעדורן, דויערט עס ווייניגער צייט און במילא, קאסט עס אויך ווייניגער.

סקענינג, ערשטנס, האט נישט דעם פראבלעם פון אריבערשפרינגען שורות וואס פאסירט אזוי אפט ביים טייפן, דער קאמפיוטער ווערט נישט פארמאטערט און דעריבער, לאזט נישט אויס שורות, ווערטער. אויך, געטייפטע טעקסט דארף אריבערגיין הגהה, און נישט איינמאל פאסירט אז א חלק פון די תיקונים ווערן ארויסגעלאזן און די תוצאה איז א ספר מיט גרייזן.

די פרייז באשטייט פון די פראצעדורן פון ארויסגעבן א ספר, למעשה, ווייל דער מכון האט א טים פון מומחים אויף די אלע פראצעדורן, דויערט עס ווייניגער צייט און במילא, קאסט עס אויך ווייניגער.

מיר האבן א ספעציעלע טים אויף איבערזעצן, פון אידיש אויף לשה"ק און סיי פארקערט, אזוי אויך פון נאך שפראכן (ווי ענגליש, פראנצויזיש).

ערשטנס דארף מען מאכן 'טראנסקריפשען' אויף די רעקארדינגס ד.מ. זיי איבערשטעלן צו טעקסט, דערנאך דארף מען עורך זיין די טעקסט ס'זאל זיין בנוסח ספר, די איבריגע איז אזוי ווי יעדע אנדערע ספר

פראגעס אויף דער מכון

איר קענט באקומען אין מכון פארשידענע סטייל'ס פון עריכה; פאר ישיבישע שריפטן און שאלות ותשובות, עריכה פון ספרי תולדות מיט זייערע פארשידענע סגנונות, ספרי אגדה, מוסר און מפתחות פאר ספרים

יא, די עורכים זענען ת"ח יונגעלייט וואס ארבעטן אין דעם געביט פון עריכה שוין יארן לאנג, זיי האבן פיל געטוהן אין די ספרי יסוד פון היינטיגן עולם התורה און טוהען דאס מיטן צוועק פון "להגדיל תורה ולהאדירה".

יא, דער מכון תוצאות ארבעט מיט מו"לים איבעראל, אין ארץ-ישראל, ארה"ב און אייראפע, דער מכון האט אויך אן אינטערנאשאנעל טראנספארטינג סיסטעם וואס דרוקט אפ די ספרים דא אין לאנד און שיקט דאס צו יעדער פלאץ אויף דער וועלט. צו אונזער פרייד באקומען מיר שטענדיגע צופרידענע גריסן.

ווילט איר אויך תוצאות?

איר האט גרייט א פייל (קובץ)? איר ווילט איבערמאכן אן אלטן ספר צו א גוטע-קוואליטעט קלארע פארגעשריטענע טעקסט?

אונז אין 'תוצאות' געבן אייך דעם בעסטן און שנעלסטן סערוויס, מיר באגלייטן אייך פראפעשאנעלי דעם גאנצן דורכגאנג מיט די בעסטע פרייזן אויפן מארק כדי איר זאלט ארויסגיין גענצליך צופרידן.

רגע, עשית סריקה מהירה...

רוצה להוציא גם את הספר שלך לאור?

אל תהסס ליצור אתנו קשר לקבלת ייעוץ מקצועי בכל שלבי ההוצאה לאור