"מוציאים לאור מכל העולם פונים אלי לגלות כיצד עובדת תכנת הסריקה שלנו"

לומדי'שע קאמפּיוטער-פּראגראמען

די רעוואלוציע פון סקאַנירן ספרים דורך א פּראגראם וואס ברענגט די ווערטער אריין צו מאדערנע דרוק-מיטלען

וויאזוי דרוקט מען א ספר? מען גיט דעם כתב יד פאר עמיצן, וואס קלאפּט אריין די אותיות און ווערטער אינעם קאמפּיוטער. שפּעטער ווערט דער חומר באארבעט, איבערגעארבעט און ווערט דאן דורכגעקוקט און דורכגעזיפּט פאר גרייזן, וועלכע ווערן פארראכטן. דערנאך ווערן די עמודים אויסגעשטעלט און צום סוף ווערט דער ספר אפּגעשיקט צום דריקער.

וואס טוט זיך מיט אַן אלטן ספר, וואס איז צום ערשטן אדער לעצטן מאל ארויסגעגעבן געווארן הארט פאר דער ערשטער וועלט-מלחמה? לכאורה, בערך דעם זעלבן פּראצעדור: א טייפּסעטער קלאפּט איבער דעם ספר, וואס ווערט שפּעטער באארבעט מיט נייע, מאדערנע אותיות.

און וואס טוט זיך מיט א ספר וואס איז עטליכע הונדערט יאר אלט? וואס טוט זיך ווען די ווערטער זענען לכתחילה געדרוקט געווארן אויף א פארצייטישן פארמאט, מיט שווערע בוכשטאבן ווערטער וואס קייטלען זיך אריין איינס אינעם אנדערן און ווייזן זיך פאר'ן אויג ווי איין לאנגן לחש?

אזא ספר איז געווענליך ווערד אסאך געלט פאר מענטשן וואס באצאלן גרויסע סכומים פאר חשוב'ע אנטיקן. דער ספר איז אויפ'ן אנטיקל-מארק גאר א ווערדפול ארטיקל; אין דער וועלט פון ספרים איז עס שוין אבער אַן אנדערע געשיכטע. דארט, צווישן אידן און לומדים, דארף מען דעם ספר קענען לערנען. אנדערש איז זיך נישט שייך זיך אן עצה צו געבן דערמיט. און אויב די אותיות זענען אזוי צעקליעטשט אז עס פאדערט זיך אויגן פון א מיקראסקאפ און כח פון א סאטעליט צו קענען ליינען דאס געדריקטע, בלייבן ווייניג בעלנים וואס קענען דעם ספר לערנען.

ווייל די שוועריגקייטן בלייבן באגלייטן אזא ספר אויך אין פאל עמיצער וויל עס איבערארבעטן און ארויסגעבן אויפסניי. אויך דעמאלט פאדערט זיך פונעם מוציא לאור צו דעשיפירירן דעם שווערן אינהאלט, וואס קאסט אין בעסטן פאל אסאך געלט און לאזט איבער אסאך פּלאץ פאר טעותים און זאצן וואס קענען פשוט נישט אויסגעליינט ווערן.

דער איינציגער מהלך ווען עמיצער האט געוואלט ארויסגעבן אזא ספר פלעגט זיין, איבערצוזעצן דעם גאנצן תוכן פון אנהייב. דאס איז א קאסטבארע אונטערנעמונג וואס נעמט אויף אסאך צייט, אבער קיין אנדערע ברירה איז נישט געווען. דערצו זענען מיטגעקומען אסאך טעותים, וואס מאכן זיך בהכרח יעדעס מאל וואס מענטשליכע הענט ווערן פארמישט.

דער בחור הזעצער פון היינט האט פּונקט ווי דעם בחור הזעצער אמאל מיטגעברענגט דעם שְׁגִיאוֹת מִי יָבִין. אזוי ארום זענען אין די נייערע מהדורות פון אלטע ספרים אפטמאל צוגעקומען פרישע גרייזן, און דער מוציא לאור איז געבליבן מיט דער באין-ברירה'דיגער ברירה ווי צוגעבן פאר'ן שער בלאט דעם שְׁגִיאוֹת מִי יָבִין התנצלות.

ווען קאמפּיוטערס זעצן זיך לערנען

היינט זענען מיר עדות צו אַן אויפשטייג אין אזעלכע ספרים, וואס ווערן איבערגעדריקט מיט אזעלכע פייערליכע דעקלאראציעס ווי 'פנים חדשות באו לכאן' — אז די מהדורה איז פריי פון אלע פריערדיגע טעותים, און אויסער די שיינע, ליכטיגע אותיות לְמַעַן יָרוּץ קוֹרֵא בוֹ, איז דער עצם טעקסט באארבעט און אויסגערייניגט געווארן פון די פריערדיגע טעותי הדפוס.

יעדער ווייסט פון דעם דאזיגן שארפן שינוי לטובה אינעם עולם הספרים, אבער נישט אלע זענען באקאנט מיט דער מיטל וואס ווערט פאר דעם צוועק גענוצט. דער דאזיגער מיטל איז א געוויסע טעכנאלאגיע מיט'ן נאמען אָו-סי-אַר (OCR — Optimal Character Recognition).

אין פשוט'ע ווערטער, באשטייט די חכמה פון א קאמפּיוטער-פּראגראם, וועמען גרויסע תלמידי חכמים און ספרים-קענערס האבן אוועקגעזעצט ביים שטענדער לערנען אלטע ספרים פון פארעלטערע דפוסים. די פּראגראם האט זיך אזוי ארום אויסגעלערנט דערקענען די אפּגעטראגענע אותיות און סטיל דרוקעריי פון הונדערטער יארן צוריק.

דער ספר ווערט סקאַנירט דורך דער פּראגראם, וועלכע 'פארשטייט' די אותיות אויף אזוי ווייט אז זי קען איבערזאגן דעם טעקסט פונעם ספר מיט היינטצייטיגע, מאדערנע בוכשטאבן. ס'איז נישט ווי גלייך דער קאמפּיוטער וואלט געכאפּט א בילד פון יענעם עמוד און עס דאן אויסגעקלארט און אויסגעשארפט. מ'רעדט פון נעמען יעדן אות און איבערמאכן אין א נייעם לעבעדיגן 'פאָנט', וואס לאזט זיך נאך דעם טוישן און באארבעטן — ווי גלייך ס'וואלט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעקלאפּט געווארן אין קאמפּיוטער.

דאס תועלת פון דעם סיסטעם, איז קודם כל צייט. וואס א מענטש, זאל שוין זיין א מומחה-שנעלער טייפּיסט, באווייזט אין א חודש קומט דער קאמפּיוטער מיט דער הילף פון דער פּראגראם אָן אין עטליכע טעג. שוין אפּגערעדט ווען עס האנדלט זיך אין א גרויסן פּראיעקט, וואס באשטייט פון מערערע ספרים.

דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל תורה-מכונים ווענדן זיך מיט זייערע אונטערנעמונגען צו 'תוצאות'. איין ביישפּיל דערפאר איז די וועלט-בארימטע תורה-פּראיעקט 'אַרטסקראָול מסורה', וואס ציילט זיך טאקע צווישן די קליענטן פון 'תוצאות', אינאיינעם מיט 'עוז והדר', 'מכון ירושלים', 'מכון המאור', און אזויפיל אנדערע.

אויך דער בארימטער ווירטואלער ספרים-שאנק 'אוצר החכמה' באנוצט זיך מיט דער טעכנאלאגיע, וואס העלפט איר בארייכערן די ספרים מיט אזעלכע מעגליכקייטן ווי זוכן אינעם טעקסט פון די ספרי קודש און נאך.

א צופעליגער פּראיעקט

די דאזיגע רעוואלוציע האט זיך אנגעהויבן מיט א 'צופאל' — אויף וויפיל השגחה פרטית קען אזוי באצייכנט ווערן. דאס איז געווען מיט ארום צוואנציג יאר צוריק, ווען דער גרינדער און מנהל פונעם 'מכון תוצאות', הרב משה בראנדסדארפער שליט"א, האט זיך גענויטיגט אין געוויסע עמודים פון א ספר געבויט אויף דעם 'ספר המצוות' פון רבי סעדיה גאון. יענער ספר, וועלכער איז געדרוקט געווארן פאר דער לעצטער מלחמה, באשטייט פון דריי דיקע בענדער און פון דארט צוזאמשטעלן די נויטיגע חלקים איז געווען א גרויסע אונטערנעמונג.

הרב בראנדסדארפער האט געזוכט און גענישטערט צווישן מומחים און מוציאים לאור פאר א מהלך דאס דורכצופירן אויף א פּראקטישן אופן. פּראקטיש אין דעם פאל האט געמיינט סיי-וואס אויסער א קאסטבארן פּראיעקט וועט וועט זיך ציען אויף לאנגע חדשים.

דורכאויס זיינע זוכענישן, האט ר' משה זיך דערוואוסט וועגן דער טעכנאלאגיע וואס נישטערט און באארבעט טעקסטן. ער האט זיך דאן אריינגעלאזט אין דער סוגיא, וועלכן ער האט גרונטליך אפּגעלערנט אזוי גוט ווי איינעם פון די אזויפיל מקצועות התורה וואס ער האט געקענט. דאן האט ער זיך אוועקגעזעצט אויפבויען א פּראגראם געווידמעט פאר ספרי קודש.

די תוצאה פון יענעם איינמאליגן 'צופאל' איז געווען, אז ר' משה האט אויף דעם אופן, מיט דער פּראגראם וואס ער האט דעמאלט אוועקגעשטעלט, אפּגעדריקט יענעם נעמליכן ספר — וועלכער אונטער זיינע פאכמאנישע הענט מיט יענער טעכנאלאגישן חידוש געדאפלט געווארן אין זעקס בענדער.

דאס איז געווען די באשיידענע התחלה פון דעם היינטיגן ארומנעמיגן 'מכון תוצאות', מיט הונדערטער און הונדערטער ספרים וואס זי באארבעט און פארעפנטליכט יערליך. (אינעם לעצטן האלב-יאר אליין האט דער מכון שוין ארויסגעגעבן איבער 150 ספרים.)

'מכון תוצאות' האט זיך ממשיך געווען צו אנטוויקלען און איז אויסגעוואקסן אינעם ריז וואס ער איז היינט, מיט צענדליגער תלמידי חכמים וואס ארבעטן ענערגיש אין פארשידענע אפּטיילונגען וואס דעקן אלע חלקים פון ארויסגעבן ספרים.

דער שפּיץ חידוש פון 'מכון תוצאות' בלייבט אוודאי די חידוש'דיגע סקאניר-פּראגראם, וואס ווערט כסדר פארבעסערט און פארפּינקטליכט מיט אלץ ברייטערע און טיפערע מעגליכקייטן. די ארבעט ווערט אבער דערצו דורכגעפירט דורך תלמידי חכמים און גרויסע קענערס. יענע מומחים זיצן מיט דער פּראגראם און פארזיכערן קודם כל אז קיין נייע טעותים כאפּן זיך נישט אריין דורכ'ן קאמפּיוטעריזירטן בחור הזעצער, אבער דערצו רייניגן זיי אויס דעם טעקסט פון פריערדיגע טעותי הדפוס וואס האבן זיך אריינגעכאפּט אין מהדורות פון אמאל.

ווי פארשטענדליך קומען מיט אזא מכון אויך די געווענליכע באדינונגען, פון איבערקוקן און און מסדר זיין דעם תוכן פונעם ספר אויף א שיינעם מסודר'דיגן אופן, צושטעלן מראה מקומות, אהערשטעלן פרטית'דיגע מפתחות, און ווען נויטיג אויך תולדות און צוגאב-מאטעריאלן.

*

ווען הרב בראנדסדאפער האט מיט צוויי-צענדליג יאר צוריק זיך אוועקגעזעצט אויסארבעטן אזא פּראגראם, האט ער עס געטאן אלס חלק פון זיינע לימודים. ווייניג האט ער גע'חלומ'ט אז יענער פּראיעקט, וואס האט זיך געדארפט שליסן מיט'ן פארענדיגן יענעם ספר, וועט בלייבן לויפן און זיך אנטוויקלען אין דער ריזיגער אונטערנעמונג פון 'מכון תוצאות' וואס איז דערפון ארויסגעוואקסן.

זיך צו פארבינדן מיט 'תוצאות', רופט:

718-841-8535

אדער שיקט אן אימעיל:

m0504131411@gmail.com

רגע, עשית סריקה מהירה...

רוצה להוציא גם את הספר שלך לאור?

אל תהסס ליצור אתנו קשר לקבלת ייעוץ מקצועי בכל שלבי ההוצאה לאור